וואשינגטאן – נעכטן האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס וואס טראמפ און זיינע שטיצער טענה'ן אז די מידיא באריכטעט פאלשע זאכן מיט'ן ציל אים צו שעדיגן, איז טאקע צומאל אמת. עטליכע צייטונגען און נייעס סטאנציעס האבן פארפירט מיט פרישע ציפערן פון דער פעדעראלער סיקרעט סערוויס אגענטור, וועלכע צייגט אז זיי גייען אט אט אויסלויפן פון די געלטער אין זייער קאסע, און ליבעראלע פיגורן האבן פארפירט אז דאס איז דער דירעקטער שולד פון פרעזידענט טראמפ, ווייל היות ער פארט אזוי אפט צו שפילן גאלף אין זיינע גאלף רעזארטן איבער'ן לאנד, ליידיגט ער דערמיט אויס די קאסע פון סיקרעט סערוויס, וואס באשטייט פון שטייערצאלער געלטער. למעשה איז די סיקרעט סערוויס ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט און קלארגעשטעלט, אז זייערע יעצטיגע פינאנציעלע פראבלעמען זענען בכלל נישט א רעזולטאט פון עפעס וואס פרעזידענט טראמפ טוט, נאר ס'איז אן אנגייענדיגער פראבלעם, וואס ציט זיך שוין די לעצטע צען יאר, צוליב בודזשעט קאמפליקאציעס אין וואשינגטאן.

בילד: פאלשע מידיא סיקרעט סערוויס שטורעם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל