פוילן – וואלונטירן פון זיבן לענדער, שפאניע, דענמארק, האלאנד, דייטשלאנד, פינלאנד, טשעכיי און טערקיי, האבן זיך צוזאמגענומען אין א פראיעקט אויפצורייניגן דעם היסטארישן שטאטישן בית החיים אין ווארשא, נאכדעם וואס א לעצטיגער שווערער שטורעם, וואס האט זיך אראפגעלאזט אויף טיילן פוילן, האט געברענגט דערצו אז פילע מציבות אינעם בית החיים זאלן געשעדיגט ווערן. דער בית החיים איז 83 אקער-לאנד גרויס און פארמאגט נאענט צו א פערטל מיליאן מציבות, אויסער די עטליכע מאסן קברים פון אידן וועלכע זענען אומגעקומען ביים ווארשעווער געטא אויפשטאנד. צווישן די גרויסע אידן און צדיקי עולם וועלכע ליגן דארטן, זענען אדמורי"ם פון ווארקא, אמשינוב, ראדזימין, ביאלא, סלאנים, מאדזיץ, סטריקוב, סאכאטשאוו זכותם יגן עלינו. די יעצטיגע ארבעט איז אונטערגענומען געווארן נאכדעם וואס ס'איז באקאנט געווארן איבער'ן פארנאכלעסיגטן צושטאנד, ווען א חרדי'שער איד, וועלכער איז ארומגעפארן אין אייראפע אויף מקומות הקדושים, איז אנגעקומען צום בית החיים אין ווארשא, און האט דארט געזען ליגן אויף דער ערד הונדערטער און הונדערטער מציבות, פילע פון זיי צעשטיקלט אויף שטיקער, איבערגעווארפן מיט ארויפגעפאלענע גרויסע צווייגן און ביימער-שטאמען, און ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל זיך אומקוקן און עס פאררעכטן.

בילד: היסטארישער ווארשעווער בית החיים אויפגערייניגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל