מאסקווע – די רעגירונג אין איטאליע זאגט אז די עקספארטן פון יאנעווער אתרוגים קיין רוסלאנד, וועט ווייטער אנגיין געהעריג, טראץ די אקטיווע סאנקציעס וואס איטאליע האט קעגן רוסלאנד. דער אפמאך איבער די יאנעווער אתרוגים פאר רוסישע אידן איז שוין געשלאסן געווארן פאראיאר, נאר די זארג איז געווען אז יעצט, נאכדעם וואס די אייראפעאישע פאראיין האט מיט א מאנאט צוריק פארלענגערט די סאנקציעס קעגן רוסלאנד, וועט די איטאליענער רעגירונג שוין נישט לאזן מער ליפערן די אתרוגים, אבער דער רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר הי"ו זאגט אז ער האט באקומען א פארשפרעכונג פון דער איטאליענער רעגירונג אז די אתרוגים וועלן ווייטער קענען געליפערט ווערן. הרב לאזאר'ס פאטער, ר' משה לאזאר הי"ו, איז דער וואס פארפיגט שוין אויף די אתרוגים אין איטאליע פאר די לעצטע פופציג יאר, און דער זון, דער רב, העלפט ארויס דעם פאטער דורכ'ן נאכאנאנד פארן קיין קאלאבאריע, איטאליע צו פארזיכערן דאס כשרות פון די אתרוגים.

הוסף רשומת תגובה