פּיאנגיענג – יו-ען עקספערטן פארשן אויס מעגליכע וואפנס קאאפעראציע צווישן באשאר אסאד אין סיריע און קים יאנג אן אין צפון קארעא. די עקספערטן האבן אויפגעכאפט באווייזן און דאקומענטן פון צוויי שיפמענטס פון א צפון קארעא וואפנס קאמפאני קיין סיריע אין די לעצטע חדשים, וואס איז ווארשיינליך טייל פון אן אלטן אפמאך צווישן די צפון קארעא "קאמיד" וואפנס פירמע און דער אסאד רעזשים – וואס די קאמיד פירמע איז שוין אונטער יו-ען סאנקציעס זינט 09'. אצינד ווילן די יו-ען עקספערטן דערגיין וואס דער אסאד רעזשים האט געטאן מיט די קארעא וואפנס. אויסער דעם פארשן זיי אויס די כעמישע וואפן וואס איז גענוצט געווארן אומצוברענגען קים יאנג אן׳ס ברודער אין מאלאזיע. דער באריכט אז עס איז מעגליך דא אן אקטיווע קאאפעראציע צווישן אסאד און קים יאנג אן, ברענגט א פרישע שיכט צו דער גלאבאלער אנגעצויגנקייט אין אזיע און אינעם מיטל מזרח, מיט וועלכער די מערב וועלט לענדער דארפן זיך ספראווען.

בילד: קאאפעראציע צווישן אסאד און קים יאנג אן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל