מאסקווע – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז אין ליכט פון דעם וואס די רוסישע רעגירונג האט ארויסגעווארפן מער ווי זיבן הונדערט אמעריקאנער דיפלאמאטן פון רוסלאנד, וועלן רוסישע בירגער וואס ווילן האבן וויזעס אריינצוקומען קיין אמעריקע, דארפן פארן ביז צו זייער הויפטשטאט מאסקווע און דארטן אפעלירן פאר א וויזע ביי דער הויפט אמעריקאנער אמבאסאדע, און זיי וועלן נישט קענען מער אריינגעבן די אפליקאציעס ביי די אמעריקאנער קאנסולאט געביידעס וועלכע זענען אויסגעשפרייט אין עטליכע רוסישע שטעט. אמעריקע זאגט אז די סיבה איז פשוט, ווייל ס'איז דא ווייניגער שטאב אין די קאנסולאטן, אבער רוסלאנד האט פארדאמט די שריט, זאגנדיג אז אמעריקע פרובירט צו שפילן פאליטיק און ברענגען אז רוסישע בירגער זאלן ווערן אויפגעברויזט אויף זייער אייגענע רעגירונג. נעכטן האט רוסלאנד אויך געמאלדן אז אנאטאלי אנטאנאו וועט זיין דער נייער רוסישער אמבאסאדאר צו אמעריקע, איבערנעמענדיג דעם טרויעריג-בארימטן סערגעי קיזליאק.

בילד: רוסלאנד ברויזט איבער אמעריקאנער וויזעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל