בארצעלאנא – שפאניער אויטאריטעטן האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן געשאסן און אומגעברענגט יונאס אבויאקוב, דער פארשוין וועלכער האט דורכגעפירט די טעראר אטאקע מיט די ווייסע אויטא פאריגע וואך אין בארצעלאנא, פון וועלכע 13 זענען אומגעקומען. דער טעראריסט איז געשאסן געווארן אין דער שטאט קאטאלאניע, מערב פון בארצעלאנא, נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן באקומען באריכטן איבער א פארשוין וועלכער דרייט זיך ארום מיט א זעלבסטמארד וועסטל. די פאליציי זענען אנגעקומען צו דער סצענע און געשאסן דעם פארשוין, און שפעטער איז ער אידענטיפיצירט געווארן אלס דער שטארק-געזוכטער טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די בארצעלאנא קאר אטאקע. מיט דער אנטוויקלונג איז געקומען צו אן ענדע די מאסיווע זוך אקציע נאכ'ן הויפט טעראריסט פון דער טויטליכער בארצעלאנא אטאקע, און דערווייל ווערן צוויי אנדערע נאך געזוכט.

בילד: בארצעלאנא טעראריסט אומגעברענגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל