וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אום 9 אזייגער אווענט אויפגעטרעטן פאר'ן אמעריקאנער פאלק, פארנט פון טויזנטער פארזאמלטע טרופן אין דער "פארט מאיער" ארמיי באזע אין ווירדזשיניע, וואו ער האט געמאלדן א נייעם צוגאנג צו דער לאנג-פארצויגענער אמעריקאנער קריג אין אפגאניסטאן, וואס טראמפ איז שוין דער דריטער פרעזידענט זיך צו דארפן ספראווען דערמיט. צווישן טראמפ'ס סטעיטמענטס און דעקלעראציעס ביי דער וויכטיגער רעדע, זענען געווען ווי פאלגענד:

⚔️ טראמפ האט אריגינעל געוואלט אינגאנצן ארויסציען אלע אמעריקאנער טרופן פון אפגאניסטאן, אבער ער זאגט אז מ'לערנט זיך זאכן נאכדעם וואס מ'קומט אריין אינעם אוועל אפיס.

⚔️ מ'וועט זיך נישט איילן ארויסצוציען די טרופן פון אפגאניסטאן, ווייל דאס וועט שאפן א ליידיגקייט וואס וועט אנגעפילט ווערן דורך טעראר גרופעס ווי אייסיס און על קאידא.

⚔️ אמעריקע איז גרייט פאר א פאליטישער לעזונג צום קאנפליקט אין אפגאניסטאן, און טראמפ זעט א צוקונפט וואו די טאליבאן וועט זיין א טייל פון דער אפגאנער רעגירונג.

⚔️ אמעריקע וועט מער נישט בלייבן שטיל צום פאקט אז פאקיסטאן דינט אלס א מקום מקלט פאר פילע טאליבאן און על קאידא, און פאקיסטאן וועט מוזן קאאפערירן.

⚔️ מער וועט אמעריקע נישט מעלדן קלארע און פונקטליכע ציפערן און דעטאלן פון וויפיל טרופן מ'שיקט קיין אפגאניסטאן און ווען מ'נעמט אונטער ספעציפישע אפעראציעס.

ווייסע הויז און פענטאגאן קוועלער זאגן אז דער פרעזידענט האט באשלאסן צו שיקן פרישע פיר טויזנט טרופן קיין אפגאניסטאן, אבער די הויפט טויש אין דער סטראטעגיע איז דאס אז מען וועט נישט שטעלן קיין שום דעדליין איבער די מיליטערישע אפעראציעס, און אויך וועט דאס מיליטער נישט מעלדן יעדע אפעראציע פון פאראויס, מיט'ן ציל צו איבערראשן די טאליבאן און אנדערע פיינטליכע גרופעס.

בילד: פרעזידענט טראמפ מעלדט נייעם צוגאנג צו אפגאניסטאנער קריג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל