באגרעבענישן פון כמעט 200 יאר צוריק, מלחמה קאנאנען פון אמעריקע'ס גרינדונג קריג, אויל אויסגיסן פון במשך די יארן - וואס מען טרעפט אלץ נישט אונטער די ערד פון נייע און עקזיסטירנדע בוי פראיעקטן אין די גאלדענע עפאכע פון ברוקלין ריעל עסטעיט.

ביים גראבן פאר מילדע בוי ארבייט אויף מידעג סטריט, אין די ברוקלין הייטס געגנט פון די בארא, איז נארוואס געפינען געווארן אן אור-אלטע "קאנאן באלל" וואס איז לויט סימנים און באקאנטע היסטאריע אריין געפאלן דארט ביי די רעוואלוציאנערישע קריג פון אמעריקע קעגן ענגלאנד אין די 770 'ער יארן.

דער קאנאן באלל, בערך אזוי גרויס ווי א גוטע מאראנץ, איז אייגענטליך געווארן אויסגעגראבן פון דער ערד שוין א מעשה פון צוויי יאר צוריק ביי די ערשטע פאזע "דעמאלישען" אויפ'ן פלאץ, אבער מען האט עס דארט געלאזט אן קיין איבעריגע אויפמערקזאמקייט. יעצט זומער ביים זיך נעמען ערנסטער צו די ארבייט האט מען געפינען דעם אלטן קאנאן קויל פון יענע יארן.

לויט היסטאריקער, איז נישט געווען קיין אקטיווע שלאכטן צווישן די אמעריקאנער און בריטישע ארמייען אין ברוקלין הייטס, אבער ברוקלין איז גענוצט געווארן אלס א שטארקע פעסטונג פאר וואשינגטאנ'ס ארמיי. שפעטער האט די ארמיי איבערגעלאזט ברוקלין און אריבער קיין מאנהעטן, און די בריטישע כוחות האבן אויפגעשטעלט א שטארקע באזע דארט וואו ס'זענען היינט די גאסן הענרי און פיעראנט סטריטס.

די קאנאן קויל האט א לעכל פאר אויפרייס שטויב, אבער היסטאריקער קענען נישט זאגן צי מען האט אמאל גענוצט די קויל, דורך וועלכע ארמיי, אדער צי ס'איז מעגליך ארויסגעפאלן אומגענוצט און דארט געבליבן ביז יעצט.

לויט באריכטן זענען הייזער אין ברוקלין הייטס פון די עלטסטע אין די בארא, און וויבאלד זיי זענען נישט צו הויכע געביידעס האט מען נישט געגראבן דארט אזוי טיף צו אנטדעקן אלעס וואס ליגט דארט באהאלטן, און יעצט ווען מ'נעמט זיך בויען דארט מער און מער הויכע געביידעס קומען אפיר אזעלכע שפאנענדע אנטדעקונגען.

ארויפציר אין ברוקלין, ביי די גאוואנאס געגנט, קומען ערנסטע פארדאכטן אז א ליידיגער שטח צווישן 9-8 סטריט נעבן 3'טע עוועניו, וואו ניו יארק סיטי האט געפלאנט צו בויען א נייע פובליק שולע, איז גענוצט געווארן אלס באגרעבעניש ארט קנאפע צוויי הונדערט יאר צוריק.

די פראפערטי איז אויפ'ן אלטן שטח פון אמאליגן "וואן ברונט" פארעם, 120 עיקערס גרויס, וואס האט זיך געפינען אויפ'ן פלאץ פון די היינטיגע גאוואנעס געגנט אין ברוקלין. די רייכע פאמיליע האט גענוצט טייל פונעם פארעם אלס באגרעבעניש, און שפעטער האט מען זיי אריבערגעפירט צו א פארמאלע פלאץ אבער היסטאריקער האלטן אז מען האט איבערגעלאזט נאך אומבאקאנטע באגרעבענישן.

שוין איבער צוויי יאר צוריק האט די סיטי אנגעהויבן צו רעדן פון בויען דארט א פובליק שולע געביידע, אבער האט אויפגענומען א ספעצ יעלע קאנסולטינג פירמע נאכצוגיין די פארדאכטן אויף באגרעבענישן. די פירמע האט געגראבן אויפ'ן פלאץ דא און דארט אבער האט גארנישט געפינען. שטאטישע באאמטע יאגן זיך אבער נישט צו גיין פאראויס, און האבן געבעטן מער אינפארמאציע בעפאר די באאמטע קענען געבן א רעקאמאנדאציע פאר די סקול קאנסטראקשען אויטאריטעט צי מען זאל זיך נעמען צום בוי ארבייט אדער נישט .

בילד: היסטארישע געפינסן אונטער ברוקלין פראיעקטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל