צוויי קאליפארניע הייוועי פאטראל אפיצירן און א סאַקראַמענטאָ קאונטי דעפיוטי שעריף זענען דערשאסן געווארן היינט מיטוואך, האט די סאַקראַמענטאָ קאונטי שעריף דעפארטמענט געזאגט.

דריי פארדעכטיגטע זענען אַרעסטירט געווארן אין פאַרבינדונג מיט דעם אינצידענט, וואָס האט זיך אנגעהויבן מיטוואך צופרי ביי די ראַמאַדאַ אין אין די 2600 בלאָק פון אובערן באָולעוואַרד מיט אַ אויספאָרשונג איבער א גע'גנב'טע קאר, האט געזאגט סארדזשענט טאני טורנבול, א שעריף דעפּאַרטמענט'ס ווארטזאגער.

א קאר-גניבה טעסק-פארס וואס האט אריינגענומען הייוועי פאטראל, שעריף דעפּיוטיס און פּראָובעישאן אפיצירן, זענען געגאנגען צו צו די האָטעל פּאַרקינג פּלאַץ. צוויי פארדעכטיגטע, ביידע פרויען, האבן דאַן געפירט די לאו-ענפאָרסערס אויף אַ טשעיס ארום 10:30 צופרי, וואס האט זיך געענדיגט אין די לאַגונאַ געגנט, ווו די פרויען זענען גענומען אין קייטלעך, האט טורנבול געזאגט.

די אפיצירן האבן דעמאָלט געזוכט איבער אנדערע מעגליכע פארדעכטיגטע אין אַ ראַמאַדאַ אין צימער. ווען זיי געקלאפט אויף אַ האָטעל צימער טיר, האט אַ מענטש געעפנט פייער דורך די טיר און דערשאסן צוויי הייוועי פאטראל אפיצירן, האט טורנבול געזאגט. נאָך דעפּיוטיס זענען אנגעקומען צו די אונטירשטע זייט פונעם צימער. האט א מאנספערזאן זיך גענומען שיסן מיט זיין רייפעל, וואס האט פארוואונדעט דעפּיוטי.

די פארדעכטיגטע האבן באוויזן זיך צו אריינכאפן אין אַ קאר און אַנטלויפן אויף פולטאָן עוועניו. ער האָט זיך אריינגעדרייט אין על קאַמינאָ עוועניו און אריינגעקראכט לעבן וואַט עוועניו. ער האָט זיך ווידער זיך גענומען שיסן אויף די אפיצירן. ער איז געשאסן געווארן און דעמאָלט ארעסטירט געווארן.

די פארדעכטיגטע און די אפיצירן זענען גענומען געווארן צו נעבענדע שפיטעלער. זייער צושטאַנד איז נישט באקאנט.

דער אינצידענט האט זיך אנטוויקעלט אין אַ טייל פון פולטאָן עוועניו וואָס איז פול מיט קאר לאטס און ענליכע געשעפטן.

בילד: דריי אפיצירן דערשאָסן אין סאַקראַמענטאָ ראַמאַדאַ-אין

מאפע: דריי אפיצירן דערשאָסן אין סאַקראַמענטאָ ראַמאַדאַ-אין



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל