וויליאמסבורג-בושוויק האט אן איבערפלוס פון אפיסעס, פירנדיג די רענט פרייזן אראפצוגיין אביסל אין צווייטן קווארטאל 17 ', לויט א באריכט פון "ניומארק נייט פרענק."

אפיס אינווענטארי אין די וומסב"ג געגנט וועט שטייגן נאך מער אין די קומענדיגע וואכן, מיט'ן אנקום פון 260 קענט עוועניו, אויפ'ן אלטן שטח פון דאמינא צוקער, וואו עס קומט אריין א סופליי פון 150 טויזנט סק. פוס. אויך האט א קאמפאני ארויסגעשטעלט 60 טויזנט סק. פוס ביי 109 סאוט 5, געבנדיג פאר די געגנט אן אינווענטארי פון איבער 38 פראצענט.

סך הכל אין די בארא איז די לעצטיגע 12 מאנאטן צוגעקומען 1.1 מיליאן סק. פוס מער ווי די געברויך אויפ'ן מאמענט. רענט פרייזן אין די בארא האלט ביי ארום $42 א סק. פוס, לויט די "ען. קעי. עף." באריכט.

אבער "קאליערס" זאגט אנדערש, אז ברוקלין אפיס רענט האלט ביי ארום $36 פער סק. פוס.

סך הכל האט ברוקלין ארום 48 מיליאן סק. פוס אפיסעס, און לויט יעצטיגע פלענער ווערן געבויט נאך 3.7 מיליאן סק. פוס.

אין די גרעסטע אפיס פראיעקט יעצט אויפ'ן טיש, פלאנט "טישמען ספעיער" צו בויען 620 טויזנט סק. פוס אין דאונטאון ברוקלין, און נאך אזא פלאן ווערט געפלאנט אויף קאלאמביע סטריט.

מעיאר דיבלאזיא וויל מוטיגן אפיס קאנסטראקשאן דורך נייע גרויסע ליעסעס פאר שטאטישע אגענטורן. די שטאטישע "אי. די. סי." האט נארוואס ארויסגעגעבן אן "אר. עף. פי." פאר א פערטל מיליאן אפיס סק. פוס, סיי וואו אין די איסט ניו יארק געגנט אין ברוקלין.

בילד: וויליאמסבורג-בושוויק אפיס רענט פרייזן איז אראפגעגאנגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל