האנאלולו - א פארשלעפטע באן-שינע פראיעקט אין האוואאי, רופט ארויס פרישע אויפמערקזאמקייט איבער'ן לאנד, זייענדיג איינס פון די גרעסטע און מערסט-פארשלעפטע אינפראסטרוקטור פראיעקטן אין אמעריקע. דער פראיעקט פאר נייע באן שינעס וואס זאל דעקן א גרויסע פראצענט פון האוואאי, איז שוין אונטערגענומען געווארן מיט איבער צען יאר צוריק, און יעצט האלט עס אז דער גאנצער פראיעקט וועט אפקאסטן 9.5 ביליאן דאלאר, וואס לויט שאצונגען, קומט דאס אויס צען טויזנט דאלער אין שטייער-צאלער געלטער פער יעדן איינוואוינער אין דער סטעיט, וואס איז די העכסטע פרייז פון סיי וועלכע אנדערע אנגייענדיגע פראיעקט. למעשה שטייט יעצט דער פראיעקט ביי א פאראליז, וויבאלד די סטעיט האט זיך דערזען מיט א דריי ביליאן דאלארדיגן לאך פאר׳ן פראיעקט, וואס זי האט נישט פון וואנעט צו דעקן, און די סטעיט לעגיסלאטור וועט זיך זעצן די וואך פאר אן עמורדזשענסי סעסיע צו פרובירן אויסצוארבעטן א לעזונג. די שינעס האלטן שוין טיף אינמיטן ווערן געבויעט, און יעצט האלט מען אינמיטן א בריק, וואס שטייט שוין אויך עטליכע יאר האלב געבויעט, ווי מ'זעט אויפן בייגעלייגטן בילד - א מאדנע סצענע פאר יעדן וואס זעט עס, און א סימבאל פון רעגירונג דורכפאל.

בילד: האוואאי שינע פראיעקט אין פאראליז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל