וואשינגטאן - באריכטן צייגן אז פרעזידענט טראמפ וועט מעגליך אונטערשרייבן די וואך אן עקזעקוטיוו ארדער, וואס וועט אפשאפן ״דאקא״, דער פראגראם וואס איז איינגעשטעלט געווארן אין קראפט דורכ'ן געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, אז אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען אריינגעקומען קיין אמעריקע ווען זיי זענען נאך געווען קליינע קינדער, אדער האבן זייערע עלטערן זיי אריינגעשמוגלט, קענען פארבלייבן אין אמעריקע דערווייל. פרעזידענט טראמפ האט ביים קאמפיין פארשפראכן בטל צו מאכן אבאמא׳ס אלע עקזעקוטיוו ארדערס איבער אימיגראציע, און דער ״דאקא״ פראגראם איז געווען אריינגערעכנט דערין, טראץ וואס ער האט נאך די וואלן געזאגט אז ״דאקא״ וועט ער אפשר יא לאזן אין קראפט. צען אטוירני דזשענעראלס פון רעפובליקאנער סטעיטס האבן געסטראשעט אז אויב אויף סעפטעמבער 5 וועט טראמפ נישט האבן אפגעשאפן דאקא, וועלן זיי גיין אין געריכט קעגן טראמפ, און פון דער אנדערער זייט סטראשען ליבעראלע אקטיוויסטן אז אויב טראמפ וועט עס בטל מאכן, וועלן זיי אונטערנעמען א געריכטליכן קאמף אויפ'ן שטייגער ווי דער קאמף קעגן טראמפ׳ס עקזעקוטיוו ארדער איבער טראוועל און פליטים.

די דאקא פראגראם

בילד: "דרימערס" אימיגראנטן וועלן פארשיקט ווערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל