קאליפארניע - אויטאריטעטן אין סאן פראנציסקא האבן אפגעאטעמט, נאכדעם וואס א געפלאנטע ראלי-מארש דורך ווייסע עקסטרעמיסטן, איז פון זיך אליינס בטל געווארן. דער ראלי-מארש האט געזאלט פארקומען שבת אויף די גאסן פון דער שטאט, און עס האט געהערשט אן ערנסטע זארג אז ס׳וועט זיין אן איבערשפיל פון די אומרוען אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע. די אויטאריטעטן האבן צוריקגעצויגן פון די פערמיטן פאר די ראלי-מארש און געזאגט אז זיי וועלן זיך בלויז קענען פארזאמלען אינעם ״אלאמא סקווער״ פארק וועלכע געפינט זיך צופיסנס פון דער גאלדען געיט בריק. למעשה, ווען עס איז געקומען די צייט פון דער פארזאמלונג, איז אנגעקומען דער ארגאניזירער דזשאו גיבסאן און געזאגט אז ס׳וועט בלויז זיין א פרעסע קאנפערענץ. גיבסאן האט געלייקנט די באשולדיגונגען אז זיין גרופע האט געזוכט ראסע ראיאטן, און ביי דער פרעסע קאנפערענץ האבן אויך אויפגעטרעטן עטליכע שווארצע וועלכע האבן געזאגט אז זיי שטיצן פרעזידענט טראמפ און זוכן פארשטענדעניש און צוזאמארבעט מיט יעדן איינעם.

בילד: ווייסע סאן פראנציסקא ראלי אפגעשאפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל