ניו יארק - אקטיוויסטן וועלכע נעמען זיך אן פאר די רעכטן פונעם ״עם-טי-עי״ טראנזיט אגענטור, האבן אנגעהויבן פריש שטורעמען איבער דעם וואס גאווערנאר קאומא האט איינגעשטעלט א ספעציעלן שטייער אויף די עלעקטעריק בילס פון די עם-טי-עי, אז זיי דארפן באצאלן מער ווי ביז היינט, און די געלטער גייען צו דעקן א פראיעקט פון אוועקשטעלן 3 נוקלעארע פלענטס אין אפסטעיט ניו יארק. טייל פון קאומא׳ס פלאן אויפצולעבן אפסטעיט, איז דאס וואס ער האט אונטערגענומען א פראיעקט צו שטיצן 3 נוקלעארע פלענטס אין לעיק אנטעריא, ניו יארק, מיט 7.6 ביליאן דאלאר אין די נעקסטע 12 יאר, און א גרויסע פראצענט פון די געלטער וועלן געדעקט ווערן פון די העכערע עלעקטעריק בילס וואס די סטעיט שיקט פאר די עם-טי-עי. די אקטיוויסטן זאגן אז דאס נוצן די איבריגע געלטער פאר די נוקלעארע פלענטס איז אומדערהערט, ווייל אנשטאט קען מען עס נוצן פאר בעסערע טראפיק-לייט טעכנאלאגיע אדער פאר סאבוועי פארריכטונגען.

בילד: עם-טי-עי ברויזט איבער העכערע בילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל