סאן דיעגא – די עמעזאן פירמע האט ארויסגעשטעלט דעטאלן פון אירע פלענער פאר דעם "האלפודס" סופערמארקעט געשעפטן נעץ, וואס זי וועט איינשטעלן אין קראפט ווי נאר איר אפקויף וועט זיין פולקאם באשטעטיגט. לויט'ן פלאן, וועט דער אפקויף, וואו עמעזאן וועט צאלן 13.7 ביליאן דאלאר צו קריגן קאנטראל אויף אלע האלפודס געשעפטן איבער'ן לאנד, ענדגילטיג ווערן באשטעטיגט מארגן מאנטאג, און עמעזאן זאגט אז א הויפט פונקט פון איר פלאן וועט זיין צו שניידן די פרייזן פון פילע פאפולערע עסנווארג וועלכע ווערן פארקויפט אין די האלפודס געשעפטן.

די ספעציפישע מעלדונג פון עמעזאן איבער איר פלאן צו שניידן פרייזן פון פראדוקטן, האט געברענגט אז די סטאקס פון אירע קאנקורענטן אין דער סופערמארקעט אינדוסטריע, זענען דראסטיש געפאלן, וויבאלד מער וועלן מענטשן נישט דארפן גיין דוקא צו "וואלמארט", צום ביישפיל, צו קויפן ביליגע גראסערי פראדוקטן. נאך א פלאן פון עמעזאן, איז אז אלע וועלכע פארמאגן "עמעזאן פּריים" מעמבערשיפ, וועלן אויך באקומען א ספעציעלע "קאסטומער ריווארדס" קארטל וואס זיי וועלן קענען נוצן אין יעדן האלדפודס סופערמארקעט, פאר נאך ביליגערע פרייזן און ספעציעלע דיעלס.

בילד: עמעזאן דעטאליזירט האלפודס פלענער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל