וואשינגטאן – אויב האט איר שוין אמאל באטראכט א מאטראץ, האט איר זיכער באמערקט אז ס'פארמאגט אויף זיך צוגענייעט א קליין שטיקל סחורה, מיט א ווארענונג דערויף. ס'שטייט פונקטליך אויפגעשריבן וועלכע מאטעריאלן עס ליגן אינעווייניג, און דערנעבן א שטרענגע ווארענונג אז קיינער טאר נישט אראפנעמען די שטיקל סחורה, אויסער דער קאסטומער, און אויב וועט מען עס יא אראפנעמען, קען מען הארב באשטראפט ווערן. די מערקווירדיגע היסטאריע אונטער דער שטרענגער ווארענונג, איז אז מיט צענדליגער יארן צוריק פלעגן מאטראץ פירמעס אנשטאפן די אינעווייניגסטע טייל פון די מאטראצן מיט אלערליי מאטעריאלן, אריינגערעכנט מיסט, קאנסטרוקציע ברוכווארג, און אפילו שמוציגע עסנווארג אפפאל, וואס האט געברענגט אז פילע קאסטומערס זענען קראנק געווארן דערפון. האט קאנגרעס דורכגעפירט אויספארשונגען אין לויף פון די 950'ער יארן, און צום ערשט דורכגעפירט א רעגולאציע אז מ'מוז ארויפשרייבן אויף די מאטראצן פונקטליך וואס מען לייגט אריין, אבער פילע סוחרים פלעגן ארויפשרייבן אויף די מאטראצן די אינפארמאציע, און עס אראפרייסן הארט בעפאר עמיצער האט געוואלט קויפן די מאטראץ. אום סעפטעמבער 2 יאר 958' האט קאנגרעס באשטעטיגט א געזעץ צו מאכן אומלעגאל דאס אראפנעמען די סחורה'לע אויף וועלכע ס'שטייט אויפגעשריבן די אינפארמאציע וואס ס'ליגט אינעם מאטראץ, און דאס האט געפירט דערצו אז מאטראצן פירמעס האבן אנגעהויבן אכט געבן אריינצושטעלן נאר ריינע מאטעריאלן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל