אין אינדיע האבן אויסגעבראכן שווערע ראיאטן אין די פונדשאב ראיאן נאכדעם וואס א געריכט האט צוגעטיילט א ארעסט אורטייל פאר א בארימטער ״גורו״, א גייסטליכער פיגור מיט הונדערטער טויזנטער נאכפאלגער וועלכער איז באשולדיגט געווארן אין געמיינע אקטן. זיינע נאכפאלגער זענען אויפגעברויז און גערעגט און האבן זיך געלאזט אויף די גאסן אין עטליכע שטעט און אנגעזייעט כאאס און געשלעגן מיט די פאליציי, א זאך וואס האט געברענגט א טאטאלע ״לאקדאון״ און פאליציי האט געשטעלט א קורפיו אין פילע שטעט. דערווייל זענען שוין באריכטעט געווארן איבער 30 פאטאליטעטן אין די צוזעמאנשטויסן מיט די פאליציי, און עס איז ערווארטעט צו שטייגן.

איבער 17,000 טרופן זענען אריינגעשיקט געווארן אין די שטאט פאנטשקולע, ווי עס געפונען זיך די הויפטקווארטירן פון דעם גורו, און די שטאט איז אונטער גענצליכע לאקדאון. דער גאווערנער פון פונדשאב האט געזאגט, אז די רעגירונג וועט קאנפיסקירן די געביידעס און די אנשטאלטן וועלכע געהערן פאר דעם גייסטליכן פיגור, און עס נוצן צו דעקן די שאדן וואס זיינע נאכפאלגער טוען אנזייען אין די שטעט.

בילד: צענדליגע טויטע אין ווילדע ראיאטן אין אינדיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל