געוועזענער פרעמיער מיניסטארשע פון טאילאנד אנטלויפט פון לאנד נאך ארעסט אורטייל

די געוועזענע פרעמיער מיניסטארשע פון טאילאנד יונגלאק שינאוואטרא (Yingluck Shinawatra) איז אנטלאפן פון לאנד נאכדעם וואס א געריכט האט איר צוגעטיילט ארעסט צוליב דעם וואס זי איז נישט ערשינען אין געריכט צו א סעסיע איבער א קארופציע סקאנדאל אין וועלכע זי איז געווען פארמישט. יונגלאק שטייט אויס א 10 יעריגע טורמע טערמין איבער א רייז סובסידיע וועלכע איר רעגירונג האט געשאנקן פאר פארמערס אין די ווערט פון 8 ביליאן דאלער אבער זי ווערט באשולדיגט אין עס נוצן פאר פאליטישע אינטערעסן און עס אויסטיילן פאר אירע שטיצער. יונגלאק געניסט נאך פון מאסיווע שטיצע אין די פאליטישע צוטיילטע לאנד און אירע שטיצער באטראכטן די גאנצע געריכט אלס א צירקוס פון די מיליטער וועלכע האט דורכגעפירט א פוטש קעגן איר רעגירונג מיט 3 יאר צוריק און זינט דאן זוכן זיי צו דערשטיקן איר פאפולאריטעט. דערווייל געפונט זי זיך אין סינגאפור און עס איז נישט קלאר אויב זי פלאנט זיך צו צוריקקערן קיין טאילאנד אונטער די יעצטיגע אומשטענדן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל