נעיווי קאמאנדירן אינעם פערסישן גאלף באקלאגן זיך איבער א איבערפלוס פון איראנער דראונס וועלכע טוען שטערן די אקטיוויטעטן פון די אמעריקאנער מיליטער און פליען אין א געפארפולע נאנטקייט צו אמעריקאנער פליה-געצייג און שיפן. ״די פראבלעם פון איראנער דראונס איז איינע פון די ברענעדיגע פראלעמען פאר׳ן אמעריקאנער מיליטער אינעם ראיאן״, זאגט דער הויפט נעיווי קאמאנדיר אין די געגענט.

ספעציעל אין די לעצטע מאנאטן, זינט די אמעריקאנער עיר-קרעפט קעריערס אינעם פערסישן גאלף דינען אלס באזעס פאר די פליגער וועלכער באמבאדירן אייסיס אין סיריע און איראק, און די איראנער נוצן ביליגע דראונס צו ״נערווירן״ די אמעריקאנער שיפן און שטערן די אפעראציעס. אונטער די מיליטערישע פארשריפטן קען מען נישט אראפשיסן אזא דראון אן געהעריגע ווארנונגען, און מען דארף פרובירן א גאנצע רייע פראצעדורן, א זאך וואס פארשווערט די טאג טעגליכע אפעראציעס.

בילד: מיליטערישע פירער: איראנער דראונס שטעלן א געפאר פאר אמעריקאנער שיפן אין פערסישן גאלף

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל