וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג צונאכטס פארדאנירט דעם קאנטראווערסיאלן געוועזענעם אריזאנע שעריף, דזשאו ארפייא, און אין א סטעיטמענט געזאגט אז ארפייא האט א גאלדענע רעקארד פון אויפטאן אינעם פעלד פון לאו ענפארסמענט און ראטעווען אמעריקאנער בירגער פונעם אנשיקעניש פון אומלעגאלע אימיגראנטן און קרימינאלע אקטן. דער פארדאן קומט אפאר וואכן נאכדעם וואס ארפייא איז געפונען געווארן שולדיג אויף קלאגעס אז ער האט איגנארירט א ריכטער׳ס אורטייל איבער אימיגראציע געזעצן, און רעאגירנדיג צו די נייעס איבער׳ן פארדאן, האט ארפייא דערציילט ווי שטארק ער איז געווען שאקירט, און אז באקומענדיג דעם דאקומענט, האט ער קודם געמיינט אז ס'איז א פאלשע זאך. ארפייא האט אויך געזאגט אז ער איז ״נאכנישט פארטיג״, געבנדיג אנצוהערן אז ער פלאנירט מעגליך צו לויפן פאר א פאליטישן אמט.

בילד: טראמפ פארדאנירט דזשאו ארפייא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל