וואשינגטאן – טראמפ׳ס קאנטער טעראריזם ראטגעבער, סעבעסטשען גארקע, איז ארויסגעווארפן געווארן פון ווייסן הויז. גארקע איז געווען נאענט באפריינדעט מיט טראמפ׳ס געוועזענער הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן, וועלכער האט פארלוירן זיין פאזיציע אין ווייסן הויז מיט איבער א וואך צוריק, און גארקע האט געהאט עטליכע קאנטראווערסיעס אין לויף פון זיין דינסט אלס טראמפ ראטגעבער, אריינגערעכנט דאס וואס ער בלאזט אויף זיין קענטעניס אין טעראריזם און דאס אז ער איז אמאל געווען פארבינדן מיט אן אנטיסעמיטישער פאליטישער פארטיי אין אונגארן. אין א סטעיטמענט, האט גארקע געזאגט אז ער איז נישט ארויסגעווארפן געווארן, נאר ער האט אליינס רעזיגנירט נאכדעם וואס דער ווייסער הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, האט אים אינפארמירט אז טראמפ וויל אים ארויסווארפן. גארקע האט באשולדיגט אז כוחות אינעווייניג אין ווייסן הויז ארבעטן אונטערצוגראבן פרעזידענט טראמפ׳ס אגענדע.

בילד: סעבעסטשען גארקע געפלויגן פון ווייסן הויז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל