קרית יואל - א העליש פייער שבת בייטאג אין א געביידע אין קרית יואל האט געברענגט אז א שוהל זאל ליידן שווערע שאדנס. דאס פייער האט אויסגעבראכן אויפ'ן אדרעס 252 עיקערס, אין א געביידע וואו עס געפינען זיך עטליכע גרויסע געשעפטן און אויך דאס סעלישער בית המדרש, און בליץ שנעל האט זיך דאס פייער צעשפרייט צווישן די שטאקן. לאקאלע פייערלעשער האבן שווער געארבעט א לענגערע צייט צו פארלעשן דאס פייער, באצייכענענדיג עס אלס א צוויי-אלארם פייער, און איין נישט-אידישער פייערלעשער האט געליטן מילדע וואונדן אויף די פיס, אבער קיינער אנדערש איז נישט פארוואונדעט געווארן. מ'האט באוויזן ב״ה באצייטנס ארויסצוראטעווען די ספרי תורה פונעם שוהל, אבער ליידער האבן פילע ספרי קודש און דאס גאנצע בית המדרש געליטן גאר שווערע שאדנס פונעם פייער, פונעם רויעך און פון די פארלעשונג-וואסער.

בילד: ביהמ״ד אין קרית יואל געשעדיגט אין פייער

בילד: חברים ארבעט נאך יעצט ביי גלויבערס און I&R, צו אוועקנעמען די וואסער

בילד: חברים ארבעט נאך יעצט ביי גלויבערס און I&R, צו אוועקנעמען די וואסער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל