מאנהעטן - אויטאריטעטן אין ניו יארק סיטי זאגן אז זיי פירן אן א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין ווער ס'האט אנגעפירקלט אנטיסעמיטישע גראפיטי אויף א היסטארישער שוהל אין מאנהעטן. די גראפיטי איז אנגעפירקלט געווארן אויפ'ן בית החסידים דפוילן שוהל אין לאוער איסט סייד, וועלכע איז שוין 117 יאר אלט און איז פון די געציילטע היסטארישע שוהלן וועלכע עקזיסטירן נאך. די וואנדאלן האבן אנגעפירקלט "קעי קעי קעי" און אנדערע אנטיסעמיטישע ווערטער אויף דער דרויסנדיגער וואנט פון דער געביידע, וואס האט ארויסגערופן שארפע פארדאמונג פון ניו יארק סיטי באאמטע, אריינגערעכנט מעיאר דעבלאזיא, וועלכער האט געזאגט אז די סיטי וועט נישט שטיל בלייבן און וועט נישט טאלערירן אזעלכע האס. מעיאר דעבלאזיא האט באזונדער געבעטן, אז סיי ווער עס האט אינפארמאציע איבער דעם וואנדאליזם, זאל זיך ווענדן צו די פאליציי.

בילד: היסטארישע מאנהעטן שוהל וואנדאליזירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל