פיאנגיענג - די קאמוניסטישע צפון קארעא האט פרייטאג דורכגעפירט עטליכע פרישע מיסיל טעסטן. די דריי קורץ-שטרעקיגע מיסילס זענען ארויסגעשאסן געווארן אין ריכטונג פונעם יאפאנעזער ים - איינס האט עקספלאדירט גלייך ביים ארויסגעשאסן ווערן, און די צוויי אנדערע זענען סוקסעספול געפלויגן פאר א שטרעקע פון 155 מייל. דרום קארעא עקספערטן האבן געזאגט אז די טעסטן זענען נישט געווען אויף עפעס נייע טעכנאלאגיע, נאר פשוט צו שיקן א מעסעדזש פאר דעם אמעריקאנער מיליטער, וועלכע פירט יעצט דורך מיליטערישע איבונגען נעבן צפון קארעא, אינאיינעם מיט דרום קארעא און אנדערע לענדער. די פרישע מיסיל ארויסשיסונגען קומט ממש געציילטע טעג נאכדעם וואס דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט אויסגעלויבט דעם צפון קארעאר דיקטאטור, קים יאנג אן, פאר׳ן ארויסצייגן איינגעהאלטנקייט און נישט ארויסשיסן קיין שום פרישע מיסילס זינט ענדע יולי.

בילד: פרישע מיסילס פון צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל