קאראקאס - דער ווענעזועלער דיקטאטור, ניקאלעס מאדוראו, האט געיובלט און שטאלצירט מיט די פרישע סאנקציעס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרייטאג באשטעטיגט קעגן דער ווענעזועלער רעגירונג. די נייע סאנקציעס צילן צו בלאקירן אמעריקאנער בירגער פון האנדלען מיט די ווענעזועלער רעגירונג׳ס חובות און בארגן, און בלאקירט אויך געוויסע אויל דיעלס, וואס אין אויל איז דערווייל אמעריקע שטארק אנגעוויזן אויף ווענעזועלע. מאדוראו האט געזאגט אז די סאנקציעס וועלן בלויז שעדיגן אמעריקע, און עס וועט קאסטן אמעריקאנער דזשאבס - א זאך וואס עקספערטן האבן טאקע באשטעטיגט, וויבאלד די אמעריקאנער ״סיטגאו״ גאזאלין סטאנציע נעץ וועט זיך מוזן אפשפארן אלס רעזולטאט פון די סאנקציעס. אין אנדערע ווענעזועלע נייעס, האט מאדוראו פארארדנט שבת אלע בירגער ארויסצוקומען און זיך איינשרייבן אין די ווענעזועלער מיליטערישע רעזערוון, צו זיין גרייט אין פאל פרעזידענט טראמפ טוט טאקע ווי ער האט געסטראשעט, און פירט דורך א מיליטערישע אטאקע אויף ווענעזועלע.
הוסף רשומת תגובה