א פרישע סעריע טעראר אטאקעס האבן פאסירט די לעצטע 2 טעג אין אייראפע.

די ערשטע אטאקע האט פאסירט ווען א מוסולמענער טעראריסט איז געקומען צו פליען מיט זיין קאר אין ריכטונג פון פאליציי אפיצירן פארנט פונעם באקינגהעם פאלאץ אין לאנדאן, ענגלאנד, און ווען אפיצירן זענען צוגעקומען צום קאר, האט דער פארשוין ארויסגענומען א מעסער און געשטאכן און פארוואונדעט 3 אפיצירן. די אפיצירן זענען נישט געווען באוואפנט, אבער זיי האבן באוויזן צו נעמען דעם פארשוין פרידליך אונטער ארעסט.

די צווייטע אטאקע האט פאסירט אין בריסל, בעלגיע, ווען א פארשוין איז איבערגעפאלן עטליכע זעלנער, און זיי אטאקירט מיט א מעסער, שרייענדיג אללא אכבאר. צוויי זעלנער זענען לייכט פארוואונדעט געווארן, און דער אטאקירער איז געשאסן געווארן אויפ'ן פלאץ. די אייסיס טעראר גרופע האט שפעטער גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער בריסל אטאקע.

בילד: 2 פרישע טעראר אטאקעס אין אייראפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל