טעקסאס - ״האריקעין הארווי״ איז פרייטאג צונאכטס איבערגעפאלן טעקסאס מיט א טויטליכע שטארקייט פון 130 מייל פער שטונדע, ברענגענדיג דעסטרוקציע און כאאס אין איינע פון די גרעסטע שטאטן אין אמעריקע.

די האריקעין, וועלכע ווערט באצייכנט אלס די שטערקסטע האריקעין אנצופאלן אמעריקאנער טרוקעניש זינט פופציג יאר צוריק, האט געברענגט שווערע רעגנס, ווען ס'איז געפאלן 4 אינטשעס רעגן פער שטונדע, און שרייבנדיג די שורות איז באשטעטיגט איין פאטאליטעט.

פאלגענד זענען אנטוויקלונגען און נאטיצן ארום דער האריקעין הארווי:

- אין ראקפּארט, טעקסאס איז איינער אומגעקומען פון א פייער וואס האט אויסגעבראכן אלס רעזולטאט פון דער האריקעין.

- מער ווי א האלב מיליאן איינוואוינער לענגאויס טעקסאס זענען אין פינצטערניש, נאכדעם וואס די האריקעין האט געברענגט קורצשלוסן.

- צוויי קרוז שיפן זענען געשטראנדעט אינעם ״גאלף אוו מעקסיקא״ ים און קענען נישט אנקערן צוליב די שווערע ווינטן פון דער האריקעין.

- הארווי איז אנגעפאלן טעקסאס אלס א ״קאטעגאריע 4״ שטורעם, און איז שבת אפגעשוואכט געווארן צו בלויז א טראפישער שטורעם.

- מען דערווארט א העכערונג אין גאזאלין פרייזן איבער׳ן לאנד אלס רעזולטאט פון הארווי, וויבאלד פילע אויל רעפיינעריס אין טעקסאס זענען פארשלאסן.

- מען האט סוספענדירט עטליכע ענווייראמענטאלע רעגולאציעס, צו ערלויבן מער אויל ארויסגעשיקט צו ווערן, כדי צו פארמיידן א מאנגל.

- פרעזידענט טראמפ האלט מיט די האריקעין אנטוויקלונגען פון ״קעמפ דעיוויד״, און ער האט פארשפראכן מאקסימום הילף פאר די באטראפענע.

בילד: היסטארישע האריקעין הארווי באפאלט טעקסאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל