ניו יארק – לאנגע וואכן האט מען זיך געגרייט מיט ווארענונגען, אז מ'זאל נישט אריינקוקן דירעקט אין דער זון בשעת דער ליקוי חמה, ווייל אויב יא, קען מען ליידן שאדנס אויף די אויגן. יעצט אז מ'שטייט שוין עטליכע טעג נאכדעם, שטעלט זיך די פראגע, צי זענען טאקע פארהאן מענטשן וועלכע האבן נישט געפאלגט און געליטן דערפון? ווי מידיא באריכטן צייגן, זענען גאר ווייניג מענטשן געשעדיגט געווארן. צווישן די פעלער וואס זענען יא געווען, איז דאס וואס איין מאן איז דינסטאג אנגעקומען אין א שפיטאל אין מאנהעטן מיט א געשעדיגטן אויג, נאכדעם וואס ער האט געפאלגט די אומפארלעסליכע ראט צו קוקן אויף דער ליקוי חמה דורך א לאך פון א שווארצן מיסט-זאק. טייל אויגן דאקטוירים גלויבן אז אין די קומענדיגע וואכן וועלן מענטשן קומען זוכן הילף פאר אויגן פראבלעמען וואס זיי האבן זיך געשאפן דורך קוקן מיט'ן אפענעם אויג צו דער זון, וואס איז שעדליך אפילו ווען די זון איז גענצליך בלאקירט דורך דער לבנה ביי א טאטאלע ליקוי חמה.

בילד: נו, זענען פארהאן ליקוי חמה געשעדיגטע?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל