רעדינג קאליפארניע – לויט לאקאלע נייעס באריכטן אין קאליפארניע, ווירדזשיניע און נאך, האבן דאקטוירים באריכטעט צענדליגער פעלער ווען מענטשן זענען געקומען פאר מעדיצינישע באהאנדלונג צוליב שווערע יסורים אין די אויגן, נאכ'ן פארלאפענעם גרויסן "ליקוי חמה", מאנטאג שופטים העעלל"ט.

וואס איז געשען? אומעטום האט מען גערעדט דערפון אז עס איז שעדליך צו קוקן דירעקט אויף די זון. האבן די מענטשן געמאכט דעם חשבון, "סאנטען לאושען" באשיצט דאך פון שעדליכע זון-שטראלן, אויב אזוי, פארוואס'זשע נישט באשמירן די אויגן מיט זון-שמירעכץ... דער פראבלעם איז נאר אז די שמירעכצער זענען געמאכט צו שמירן אויסערליך, אויף די הויט, נישט אויף קיין אינערליכע גלידער ווי די אויגן. קוקן אויף די זון אן ספעציעלע ברילן וועלכע פארשטעלן שעדליכע שטראלן, קענען חלילה ברענגען פערמענאנטע שאדן פאר די אויגן, צומאל שטענדיגע אומקלארקייט אדער אפילו בלינדקייט רח"ל.

בילד: ליקוי חמה [אויגן] נאכווייען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל