קאליפארניע – ווען עס קומט צו דער ביטערער מחלה פון קענסער, זאגן אלע דאקטוירים און מעדיצינישע עקספערטן, אז די וויכטיגסטע זאך איז עס אויפצוכאפן גענוג באצייטנס, ווייל דאן זענען די שאנסן פון עס באהאנדלען און באקעמפן פיל בעסער. לויט א שטודיע וואס איז פובליצירט געווארן אין דער "דזשורנאל אוו סייענס טרענסלעישאנעל" פובליקאציע, האבן סייענטיסטן אין די דזשאנס האפקינס אוניווערסיטעט באוויזן צו מאכן ערנסטע פארשריט אין אנטוויקלען א ספעציעלע "בלוט טעסט" וועלכע וועט קענען אויפכאפן געוויסע סארט קענסערס וועלכע זענען ביז היינט געווען שווער אויפצוכאפן בעפאר ס'איז שוין געווען שטארק פארשפרייט. דער טעסט וועט ארבעטן דורך זוכן אין די בלוט מעגליכע די-ען-עי און אפדרוקן פון די קענסער געוויקסן, וואס באדייט אז אפילו ווען דער מענטש שפירט זיך נאך הונדערט פראצענט גוט, און דער קענסער איז גאר פיצל, וועט עס דער טעסט אויפכאפן, און מ'וועט עס קענען גרינגער און שנעלער באקעמפן.

בילד: אויפכאפן קענסער בעפאר די סימפטאמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל