מאנהעטן – די לעצטיגע זאך צו ווערן פארוואנדלט אלס א וואפן אינעם קאמף צווישן ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא און ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומא, איז די אישו פון דער רייקערס איילענד טורמע, נאכדעם וואס א הויכראנגיקער געהילף פון גאווערנאר קאומא האט אראפגעריסן דעבלאזיא פאר'ן בכלל נישט האבן א געהעריגן פלאן אפצושפארן די טורמע. אלפאנסא דעיוויד, וועלכער איז קאומאו'ס הויפט לעגאלער געהילף, האט אין א געשריבענעם סטעיטמענט געזאגט אז דאס וואס דעבלאזיא זאגט אז עס גייט דויערן צען יאר אפצושפארן די טורמע, איז ווי גלייך איינער זאגט אז ער האט נישט קיין שום פלאן וויאזוי ער גייט עס טאן. דעיוויד שרייבט נאך מער אז דער טערמין פון צען יאר איז לעכערליך, ווייל אין די צען יאר קען זיין אז ניו יארק סיטי וועט האבן דריי פרישע מעיארס און דריי פרישע סיטי קאונסיל ספיקערס. דעיוויד האט אויך ארויסגעהויבן אז קאומא האט שוין געטאן מער צו רעפארמירן רייקערס איילענד ווי דעבלאזיא האט בכלל געטאן, דערמיט וואס קאומא האט פארארדנט אלע יוגענטליכע ארעסטאנטן, יונגער ווי 18 יאר, צו ווערן אוועקגעפירט צו נארמאלערע טורמעס.

בילד: רייקערס איילענד, קאומא קעגן דעבלאזיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל