וואשינגטאן – דער אמעריקאנער פארטיידיגונג סעקרעטאר, דזשעימס מעטיס, האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך אין אוקראינע, וואו ער האט געזאגט פאר דער ארטיגער רעגירונג, אז אמעריקע טראכט פון שיקן וואפנס פאר'ן אוקראינער מיליטער, זיך צו קענען פארטיידיגן פון רוסלאנד'ס אגרעסיעס. אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע, האט אמעריקע נישט געוואלט שיקן די סארט דעפענסיווע וואפנס פאר אוקראינע, אויס מורא אז דאס וועט אויפרעגן רוסלאנד, וואס וועט עס באטראכטן ווי א מיליטערישע סטראשע פון אוקראינע און אמעריקע. מעטיס זאגט אבער אז אוקראינע איז נישט דער וואס מאכט די אגרעסיעס, נאר רוסלאנד טוט פארשידענע אומלעגאלע שריט מיט'ן זיך אריינמישן אין אוקראינע, וויל זיי דעריבער אמעריקע העלפן מיט וואפנס. די שארפע ווערטער פון מעטיס קומט אלס א סורפרייז, נאכדעם וואס ביז אהער האט אויסגעזען אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט זיך נישט אזוי שטארק אננעמען פאר אוקראינע, וועלנדיג באנייען ווארימע באציאונגען מיט רוסלאנד.

בילד: אמעריקע וויל געבן וואפנס פאר אוקראינע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל