טעקסאס - היינט פרייטאג צונאכטס, אדער מארגן שבת אינדערפרי, וועט ״האריקעין הארווי״ אנפאלן טעקסאס, און מ'דערווארט עס זאל זיין די סאמע שטארקסטע האריקעין פון די לעצטע צוועלף יאר אנצוטרעפן אמעריקאנער טרוקעניש. די האריקעין האט זיך פארמירט אינעם ״גאלף אוו מעקסיקא״ ים און האט נעכטן באקומען ווינטן ביי א טויטליכע שטארקייט פון 125 מייל פער שטונדע. די האריקעין איז ספעציפיש א געפאר פאר די טעקסאס שטעט לענגאויס דעם דרום בארטן, וואס דעריבער האבן די אויטאריטעטן אפגעשאפן די געפלאנטע ערשטע טאג שולע, וואס האט זיך שוין געזאלט אנהייבן פאר׳ן נייעם סעזאן, אויך זענען ארויסגעגעבן געווארן עוואקואציע פארארדענונגען פאר אלע אויל רעפיינעריס וועלכע געפינען זיך לענגאויס דעם בארטן.

בילד: האריקעין הארווי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל