מאסעטשוסעטס - נעכטן איז אידענטיפיצירט געווארן דער פערזאן וועלכער האט געוואונען די צווייט-גרעסטע לאטעריע אין אמעריקאנער היסטאריע, די פאוערבאלל לאטעריע, אין ווערד פון 758 מיליאן דאלאר, וועלכע איז ארויסגעצויגן געווארן מיטוואך נאכט. דאנערשטאג אינדערפרי איז געווען א גרויס צעמישעניש, ווען די לאטעריע באאמטע האבן צוערשט געזאגט אז דער טיקעט וואס האט געוואונען איז געקויפט געווארן אין וואטערטאון, מאסעטשוסעטס, און דערנאך האבן זיי געזאגט אז ס'איז געווען א טעות און דער טיקעט איז געקויפט געווארן אין טשיקאפי, אן אנדער שטעטל אין מאסעטשוסעטס. למעשה איז נעכטן נאכמיטאג אפירגעקומען פרוי מאוויס וואנזשיק פון טשיקאפי אלס די געווינערין, און זי איז אצינד די סאמע גרעסטע לאטעריע געווינער אין אמעריקאנער היסטאריע, ווייל די גרעסטע ארויסגעצויגענע לאטעריע, פון 1.6 ביליאן דאלער, איז צעטיילט געווארן צווישן 2 געווינער. פרוי וואנזשיק זאגט אז זי האט גלייך אנגערופן איר ארבעטס-געבער און אויפגעגעבן איר דזשאב, אבער זי האט נאכנישט קיין פונקטליכע פלענער וואס צו טאן מיט דאס געלט.

בילד: גרעסטער לאטעריע געווינער קומט אפיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל