וואשינגטאן - באריכטן אין ״פאליטיקא״ און אינעם ״ניו יארק טיימס״ האבן נעכטן געצייגט אז דער ווייסער הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, ארבעט ביטער שווער צו קאנטראלירן פונקטליך אלעס וואס פרעזידענט טראמפ הערט און זעט. דאס איז געווען די רוטינע ארבעט פונעם ווייסן הויז שטאב הויפט ביי אלע פריערדיגע פרעזידענטן, אבער אונטער טראמפ איז עס ביז יעצט געווען שווער צו עררייכן, ווייל כמעט יעדער ווייסער הויז איינגעשטעלטער האט געהאט צוטריט צום אוועל אפיס. קעלי צילט צו מינימיזירן וויפיל נעגאטיווע מידיא-דעקונג דער פרעזידענט זעט, וועלנדיג מינימיזירן די פעלער ווען טראמפ רייסט זיך מיט דער מידיא, און טייל פון קעלי׳ס קאמפיין, איז דורכ'ן נישט צולאזן קיינעם צום אוועל אפיס סתם אזוי, נאר דעם פרעזידענט׳ס פרוי און זוהן. אפילו טראמפ׳ס טאכטער קען נישט סתם אזוי אריינגיין אינעם אוועל אפיס, סיידן זי קומט רעדן פון פאמיליע אנגעלעגנהייטן, און נישט אלס דעם פרעזידענט׳ס ראטגעבערין.

בילד: קעלי פרובירט טראמפ אינפארמאציע קאנטראל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל