וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אנגעהאלטן זיינע אטאקעס קעגן די רעפובליקאנער פארטיי פירער. אין א סעריע מעסעדזשעס אויף טוויטער האט טראמפ געשריבן, אז ער האט זיך געבעטן ביים רעפובליקאנער סענאט פירער, מיטש מעקאנעל, און ביים רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער, פאול רייען, זיי זאלן צוזאמשטעלן זיין פאפולערע ״וועטעראנס אפעירס״ רעפארם ביל מיט׳ן ביל צו הייבן דעם בארגן-לימיט פון דער פעדעראלער רעגירונג, און זיי האבן עס נישט געטאן, דעריבער האלטן יעצט די דעמאקראטן אויף די אישו פונעם בארגן-לימיט. צווישן די רעאקציעס אויף טראמפ׳ס פרישע מעסעדזשעס, האט מען געהערט פונעם רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר, דזשעף פלעיק, וועלכער האט געזאגט אז ס'זעט אויס ווי טראמפ בעט זיך ממש אז א רעפובליקאנער זאל זיך ארויסשטעלן צו לויפן קעגן אים אין יאר 020׳. טראמפ האט באזונדער געשריבן נעכטן אז ער פארשטייט נישט פארוואס די מידיא פארפירט איבער די פארשידענע טענער וואס זיינע לעצטיגע רעדעס טראגן, זאגנדיג אז עס איז א שאד וואס די דעמאקראטן האבן נישט עמיצן וועלכער קען טוישן דעם טאן.

בילד: טראמפ אטאקירט נאכאמאל רעפובליקאנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל