איידעהא - א פעדעראלער ריכטער אין איידעהא האט געאורטיילט, אז די ארטיגע סטעיט טורמע אויטאריטעטן מוזן צושטעלן כשר'ע עסנווארג פאר אידישע ארעסטאנטן. דער אורטייל איז טייל פון א שליכטונג צווישן די איידעהא סטעיט באאמטע און די אקטיוויסטן פון "עי סי על יו", די ארגאניזאציע וואס האט אריינגעגעבן די קלאגע קעגן די איידעהא טורמע אויטאריטעטן איבער די כשר'ע מאלצייטן. דער ריכטער האט דערקלערט אז צוצושטעלן כשר'ע עסנווארג פאר אידישע ארעסטאנטן איז א פשוט'ע זאך וואס די איידעהא אויטאריטעטן מוזן דאס טאן, און דערווייל וועט די לאוסוט אנקלאגע קעגן די טורמע באאמטע נישט ארויסגעצויגן ווערן פון געריכט, ווייל דער ריכטער דארף נאך אורטיילן איבער וועלכע סארט פארגיטיגונג געלטער די איידעהא באאמטע זאלן צאלן פאר אירע אידישע ארעסטאנטן, וועלכע האבן עטליכע יאר זיך געפלאגט נישט האבנדיג קיין געהעריג כשר'ס צו עסן.

בילד: ריכטער: טורמע מוז צושטעלן כשר׳ס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל