אוקריינע - פאליציי אין אוקראינע פארשן אויס דעם מארד פון א איד פון ירושלים, וועלכער איז קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן פארנט פון א שוהל אין קיעוו. פאליציי זאגן אז דער 29 יעריגער שחרוך טארנאסאוו הי״ד פון ירושלים, וועלכער האט זיך שוין געפונען א לענגערע צייט אין אוקראינע, איז דערמארדעט געווארן פארנט פון דער היסטארישער ״בראדסקי שוהל״ אין דער הויפטשטאט קיעוו. לויט אוקראינישע נייעס קוועלער, איז טארנאסאוו אומגעברענגט געווארן דורך א ציל-שיסער וועלכער איז דורכגעפארן פארנט פון שוהל, געשאסן טארנאסאוו און אפגעטראגן אין א וואלקסוואגאן אויטא. די פאליציי זאגן אז דער מארד קוקט אויס ווי געפלאנט, אבער זיי גלייבן נישט אז ס'איז געווען מאטיווירט דורך אנטיסעמיטיזם, נאר א קרימינאלער אקט און ווארשיינליך האט דער שיסער געקענט טארנאסאוו'ן. עסקנים פון ארץ ישראל ארבעטן צו פארזיכערן כבוד המת.

בילד: איד דערמארדעט פארנט פון קיעווער שוהל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל