לבנון – דער כיזבאלא פירער שעיך כאסאן נאסראלא איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א דעקלעראציע אז זיינע קעמפער האבן באוויזן צו באזיגן די אייסיס טעראריסטן וועלכע האבן זיך אין די לעצטערע יארן באקוועם געמאכט אינעם גרעניץ ראיאן צווישן לבנון און סיריע. כיזבאלא האט פארגאנגענע וואך אונטערגענומען די מיליטערישע אפעראציע צו פארטרייבן אייסיס פונעם גרעניץ ראיאן, און די אפעראציע האט זיך אנגעהויבן ממש אין דער זעלבער צייט וואס דאס לעבאנעזער מיליטער האט אנגעהויבן איר אייגענע אנטי-אייסיס אפעראציע ביי א צווייטן גרעניץ-פונקט צווישן די צוויי לענדער. לבנון זאגט אז איר מיליטער האט נישט קיין שום קאמיוניקאציע און מיליטערישע קאאפעראציע מיט כיזבאלא – וועלכע איז דעזיגנירט אלס אן אינטערנאציאנאלע טעראר גרופע דורך די פאראייניגטע שטאטן, אבער עקספערטן זאגן אז עס זענען יא דא עטליכע לעבאנעזער קאמאנדירן וועלכע טוען אפן קאאפערירן מיט כיזבאלא צו פלאנירן די אנטי-אייסיס אפעראציעס.

בילד: כיזבאלא: מיר האבן באזיגט אייסיס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל