מאסקווע - רוסלאנד'ס אמבאסאדאר צו סודאן איז געפונען געווארן נישט לעבעדיג אין זיין שווים באסיין, און ער איז שוין דער פערטער רוסישער אמבאסאדאר צו שטארבן אין די לעצטע אכט חדשים. פאליציי האבן געטראפן דעם רוסישן אמבאסאדאר, מירגאיאס שירינסקי, טויט אינעם סווימינג פול אין זיין היים אין קוארטאם, די הויפטשטאט פון סודאן, און לאקאלע פאליצייאישע אויספארשער האבן געזאגט אז ער איז געשטארבן פון נאטורליכע סיבות, נישט פון עפעס פארדעכטיגט. פארט אבער זאגן עקספערטן אז עפעס איז זייער מאדנע וואס בלויז אין די לעצטע 8 חדשים זענען 4 רוסישע אמבאסאדארן איבער דער וועלט געשטארבן, אריינגערעכנט וויטאלי טשורקין, רוסלאנד'ס אמבאסאדאר צום יו-ען, וועלכער איז געשטארבן פון א כלומר'שטער הארץ אטאקע אין פעברואר אין ניו יארק סיטי.

בילד: נאך א רוסישער אמבאסאדאר געשטארבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל