פיאנגיענג – אין א זעלטענעם שריט האט דאס רוסישע מיליטער נעכטן דורכגעפירט א פלי מיסיע הארט נעבן די גרעניצן פונעם קארעא האלב-אינזל, וואס קומט אין דער זעלבער צייט וואס די אמעריקאנער מיליטער פירט יעצט דורך דארטן מיליטערישע איבונגען מיט דרום קארעא. עקספערטן זאגן אז די רוסישע דורכפלי מיסיע איז געווען געצילט צו צייגן רוסלאנד'ס מאכט אינעם ראיאן, וואס רוסלאנד טוט אין אלגעמיין שטיצן צפון קארעא, טראץ וואס זי האט זיך צוגעשטעלט צו די אנטי-צפון קארעא סאנקציעס וואס די יו-ען האט באשטעטיגט מיט עטליכע וואכן צוריק. אין אנדערע צפון קארעא נייעס, האט א יאפאנעזער פובליקאציע באריכטעט אז די סיבה פארוואס קים יאנג אן האט מיט א האלב יאר צוריק פארארדענט זיין ברודער זאל דערמארדעט ווערן, איז געווען צוליב וואס ער האט אויפגעדעקט אז די כינעזער רעגירונג פלאנירט דורכצופירן א פוטש אים אראפצואווארפן פון בענקל און אויפנעמען דעם ברודער אלס נייער פירער אין צפון קארעא.

בילד: רוסלאנד צייגט מאכט נעבן צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל