אייאווע – א לענגערער באריכט, וועלכע איז נעכטן ערשינען אין דער נאציאנאלער רעספעקטירטער "מאדער דזשאונס" פובליקאציע, דעקט אויף פרישע קארופציע ארום די פעדעראלע אייאווע ריכטערין לינדא ריעד, אין פארבינדונג מיט'ן קעיס פון הרה"ח ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו, וועמען די ריכטערין האט פאראורטיילט צו 27 יאר טורמע. לויט ווי יוסטיץ עקספערטן זאגן זענען די אויפדעקונגען אזוי הארב, אז עס קען ברענגען – בעזהשי"ת - אז די ריכטערין זאל פארלירן איר פאזיציע און אז דער אורטייל קעגן ר' שלום מרדכי הי"ו זאל בסייעתא דשמיא ארויסגעווארפן ווערן.

מען ווייסט שוין אז ריכטערין ריעד האט זיך געטראפן מיט פראקורארן עטליכע מאל אין די וואכן בעפאר'ן איבערפאל אויפן רובאשקין "אגרי-פראסעסארס" שלאכטהויז אין פאסטוויל, אייאווע, צו דיסקוסירן די פלענער פונעם איבערפאל און די געפלאנטע קלאגעס קעגן די ארבעטער. דאס האט געברענגט דערצו, אז צענדליגער געוועזענע הויכראנגיקע יוסטיץ באאמטע זענען ארויסגעקומען און געזאגט אז ריכטערין ריעד וואלט זיך געדארפט אפשיידן פונעם גאנצן רובאשקין קעיס, ווייל איר קאמיוניקאציע מיט די פראקורארן איז נישט געווען אויסגעהאלטן.

יעצט קומט אפיר, דורך דעם "מאדער דזשאונס" באריכט, אז די ריכטערין ריעד האט גענוצט דעם פאקט וואס זי האט געוואוסט פאראויס פונעם געפלאנטן איבערפאל, און זי איז דערפון אפילו רייך געווארן. פינאנציעלע רעקארדס פון ריעד און איר מאן צייגן, אז בלויז 5 טעג בעפאר'ן איבערפאל אויף אגרי-פראסעסארס, האט ריעד'ס מאן געקויפט סטאקס אין ווערד פון 30 טויזנט ביז 100 טויזנט דאלאר, אין די "סי-סי-עי" און "דזשי-אי-או" גרופעס, וועלכע זענען די צוויי גרעסטע פירמעס וואס אפערירן פריוואטע טורמעס פאר דער פעדעראלער רעגירונג.

ביים איבערפאל אויפ'ן שלאכטהויז אום מאי יאר 08', זענען ארעסטירט געווארן נאענט צו 400 ארבעטער, כמעט אלע פון זיי אומלעגאלע אימיגראנטן, און באלד זענען זיי אנגעקלאגט געווארן אין פארלעצן אימיגראציע געזעצן און פאראורטיילט געווארן צו ערנסטע טורמע טערמינען. א גרויסער פראצענט פון זיי זענען פארשיקט געווארן צו דער פעדעראלער טורמע אין לעוואנווארט, קענסאס, וועלכע ווערט אפערירט דורך די אויבנדערמאנטע פריוואטע פירמעס, און אנדערע זענען געהאלטן געווארן אין פריוואטע טורמעס אין דזשארדזשיע, טעקסאס און קאליפארניע.

אין די יארן נאכ'ן איבערפאל, בשעת די ארעסטירטע רובאשקין ארבעטער זענען געזעסן אין די פריוואטע טורמעס און די פירמעס האבן געמאכט געשוואלענע געלטער פון דער פעדעראלער רעגירונג פאר'ן אפערירן די טורמעס, איז די ווערד פון די פירמעס' סטאקס געשטיגן אסטראנאמיש, וואס דערמיט איז ריכטערין ריעד'ס פארמעגן אויך געשטיגן. זאגן דעריבער יעצט יוסטיץ עקספערטן, און עטליכע לאיערס וועלכע ארבעטן פאר ר' שלום מרדכי הי"ו, אז ריכטערין ריעד איז באגאנגען ערנסטע קארופציע, צילנדיג צו ווערן רייך פון דער גאנצער רובאשקין פרשה.

פעדעראלע ריכטער מעגן אינוועסטירן אין סטאקס, אבער זיי מוזן זיך האלטן צו א שטרענגע "קאוד אוו קאנדאקט" וועלכע ווערט נאכגעקוקט דורך די "דזשודישעל קאנפערענץ", און צווישן די קאודס שטייט קלאר ארויסגעשריבן, אז ריכטער "מוזן פארמיידן פון טאן עפעס וואס זעט אויס אומאויסגעהאלטן" און זיי זאלן זיך אפשיידן פון קעיסעס "וואו זייער אויפריכטיגקייט קען געשטעלט ווערן אונטער פראגע-צייכן". די קאודס זאגט אויך קלאר אז דאס נעמט אריין אויב א ריכטער האט א מעגליכע פינאנציעלע אינטערעסע פון א ספעציפישן קעיס – און דאס איז קלאר דער פאל געווען מיט ריכטערין ריעד.

עס בלייבט איבער צו זען צי עס וועט עפעס ווערן פון דער פרישער אויפדעקונג, לאמיר האפן און מתפלל זיין אז ס'זאל טאקע ברענגען אן עק צו די צרות און פיין פון דעם טייערן ר' שלום מרדכי הי"ו, עס זאל אים העלפן ארויסצוקומען ווי שנעלער מאפילה לאור גדול און ער זאל שוין באפרייט ווערן פון תפיסה.

בילד: פרישע אויפדעקונגען איבער אומדערהערטער קארופציע פון רובאשקין'ס ריכטערין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל