טעקסאס – האריקעין הארווי'ס נאכווייען שפירן זיך נאך אלץ לענגאויס טעקסאס, מיט מאסיווע פארפלייצונגען, און שווערע ווינטן און רעגנס וועלכע גייען ווייטער אן אין טיילן פון דער סטעיט. צווישן די אנטוויקלונגען נעכטן, האט מען געהערט ווי פאלגענד: די צאל באשטעטיגטע פאטאליטעטן איז געשטיגן צו 9; מער ווי דרייסיג טויזנט טעקסאס איינוואוינער וועלן אריינגעשטעלט ווערן אין שעלטערס צוליב וואס זייערע הייזער זענען גענצליך חרוב; ארום א האלב מיליאן טעקסאס איינוואוינער ווערן דערווארט צו אפעלירן פאר פעדעראלע קאטאסטראפע געלטער; רעטונגס באאמטע האבן שוין דורכגעפירט איבער צוויי טויזנט סוקסעספולע רעטונגס אפעראציעס לענגאויס דער סטעיט, און ארום 200 רעטונג ביטעס דארפן זיי נאך ערפולן; פרעזידענט טראמפ וועט היינט באזוכן אין טעקסאס, און ער האט געזאגט אז ער וועט מעגליך צוריקקומען פאר נאך א באזוך אין טעקסאס אום שבת, און ער וועט אויך זיך מעגליך אפשטעלן אין לואיזיאנא, וועלכע איז אויך שווער באטראפן געווארן פון הארווי; צווישן די פילע לענדער וועלכע האבן אנגעבאטן הילף פאר די הארווי געליטענע, האט מעקסיקא, וועלכע גרעניצט זיך מיט טעקסאס, נעכטן געזאגט אז זיי שטייען גרייט צו העלפן מיט וואס מען דארף נאר.

בילד: פרישע אנטוויקלונגען ארום האריקעין הארווי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל