ווירדזשיניע – סיוויל רייטס אקטיוויסטן האבן זיך נעכטן ארויסגעלאזט אויף א מארש צופיסנס פון שארלוטסוויל, ווירדזשיניע, די שטאט וואו ס'האט זיך אפגעשפילט די בלוטיגע און ווילדע ראסע ראיאטן, און זיי וועלן מארשירן פאר צען טעג ביז זיי וועלן אנקומען קיין וואשינגטאן די-סי, וואו זיי וועלן פראטעסטירן קעגן פרעזידענט טראמפ'ס ווייכע רעאקציע צו די נעא-נאצישע שארלוטסוויל ראיאטירער. דער מארש, וואס ווערט געפירט דורך אקטיוויסטן וואס ווילן פטור ווערן איבער'ן לאנד פון אלע מאנומענטן וואס באעהרן קאנפעדערעיט פיגורן, האט זיך אנגעהויבן איין טאג נאכדעם וואס מען האט געהערט אז אין ברענטלי, אלאבאמא האט מען גאר אוועקגעשטעלט א נייעם קאנפעדערעיט מאנומענט, וואס ווערט אנגערופן "די אומאידענטיפיצירטע אלאבאמא קאנפעדערעיט זעלנער", פאר אומגעקומענע קאנפעדערעיט זעלנער ביי דער בירגער קריג, וועמענס קערפער ס'זענען קיינמאל נישט אידענטיפיצירט געווארן. דער נייער מאנומענט איז ארומגענומען מיט א שווארצן הויכן צוים, עס צו פארזיכערן קעגן וואנדאלן.




הוסף רשומת תגובה