וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע זאגן אז פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס וועט ערלויבן די פעדעראלע רעגירונג צו פארקויפן מיליטערישע געצייג פאר לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן לאנד. אין יאר 15' האט פרעזידענט אבאמא אונטערגעשריבן א פארבאט אויפ'ן מיליטער צו פארקויפן געצייג פאר פאליציי דעפארטמענטס, נאכדעם וואס סיוויל רייטס גרופעס האבן פארדאמט אז די פאליציי אין פורגעסאן, מיזורי האבן גענוצט מיליטערישע געצייג קעגן פראטעסטירער פון דער "בלעק לייווס מעטער" באוועגונג. פאליציי דעפארטמענטס האבן זינט דאן זיך באקלאגט אז אבאמא׳ס פארארדענונג האט זיי אפגעשטעלט פון באקומען וויכטיגע געצייג, טראץ וואס אבאמא האט געזאגט אז ער טוט עס צו באשיצן די לעבנס פון ציווילע, וועלכע ווערן געשעדיגט פון די מאסיווע מיליטערישע געצייג, און אצינד פלאנירט טראמפ אפצושאפן אבאמא׳ס פארארדענונג.

הוסף רשומת תגובה