ניו יארק – פארלאפענעם שבת איז געווען דאס ערשטע מאל וואס ניו יארק סטעיט לאו ענפארסמענט אגענטן האבן גענוצט דראונס ארויסצוהעלפן זייער ארבעט. גאווערנאר קאומאו האט מיט א צייט צוריק באשטעטיגט דעם באנוץ פון קליינע קאמערע דראונס פאר ניו יארק סטעיט פאליציי אפיצירן און אנדערע אגענטורן לענגאויס דער סטעיט, און שבת זענען די דראונס גענוצט געווארן ביים יערליכן "ניו יארק סטעיט פעיר", וואס קומט יעצט פאר אין סיראקיוז, ניו יארק, ווען די פאליציי אפיצירן האבן מיט די קאמערע דראונס געהאלטן אן אויג אויף דער טראפיק סיטואציע ארום דעם "פעיר". קאומא זאגט אז די נייע דראונס, וועלכע קענען פארן ביז א מייל ווייט פון וואו זיי פליען ארויס, וועלן אפערירט ווערן אונטער פעדעראלע אוויאציע רעגולאציעס.

בילד: דראונס גענוצט פאר לאו ענפארסמענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל