ניו יארק סיטי – אן אויל טאנקער איז שטעקן געבליבן אין נידריגע וואסערן נעבן ניו יארק סיטי, ברענגענדיג א זארג אז די אויל און אנדערע שעדליכע כעמיקאלן וועלן ארויסרינען דערפון. די טאנקער שיף, וואס פירט מער ווי א פערטל מיליאן גאלאן גאזאלין, איז געפארן אונטער'ן נאמען "קאמאמא וויקטאריע" און ס'טראגט א נאציאנאלן פאן פון פאנאמא. פארנדיג אין צו נידריגע וואסערן נעבן דער ווערעזאנא בריק, האט עס אריינגעקראכט אין די זאמד. ניו יארק סיטי און ניו יארק סטעיט ענווייראמענטאלע אינספעקטארס זענען באלד אראפגעקומען און באטראכט צי דער די שיף ליעקט ארויס גאזאלין אין וואסער אריין, אבער זיי האבן נישט געטראפן קיין שום ליעק און קיין שום שאדנס צו דער שיף.

בילד: קיין ליעק נאך טאנקער שיף עקסידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל