טעקסאס – שטייענדיג אין די טעג ווען טעקסאס ערהוילט זיך פונעם היסטארישן "האריקעין הארווי", זענען פארעפנטליכט געווארן אינפארמאטיווע ליסטעס פון די פארשידענע געזונטהייט געפארן וואס א האריקעין ברענגט מיט זיך מיט. אויסער'ן פאקט וואס מ'קען פארוואונדעט ווערן בשעת'ן האריקעין זעלבסט פון פאלנדע ברוכווארג אדער פון דערטראנקען ווערן ה"י, קען מען אויך אינפעקטירט ווערן פון פארשידענע באקטעריע און קרענק, וועלכע דרייען זיך ארום אין פארפלייצונג וואסערן וואס ליגן אויף איין ארט א לענגערע צייט, נאכדערצו אויב דאס וואסער האט מיט זיך מיטגעשלעפט ברוכווארג און אפפאל, און א הויפט זארג ביי אפליגנדיגע וואסער, איז אזעלכע קרענק ווי די "וועסט נייל" און "זיקא" ווירוסעס. אין די יעצטיגע טעג, ווען מ'הייבט אן רייניגן די טעקסאס גאסן פון האריקעין הארווי, האבן אויטאריטעטן אנטדעקט נאך אן ערנסטע געזונטהייט געפאר – פייער מורישקעס. די סארט מורישקעס זענען זייער ווילד און אגרעסיוו, און האלטן זיך אויף אין גרויסע קאלאניעס טויזנטער אויפאמאל, וואס לויט זאאלאגן קען איין קאלאניע אנטהאלטן מער ווי א פערטל מיליאן פייער מורישקעס! לענגאויס יוסטאן האט מען געזען עטליכע גרויסע פייער מורישקע קאלאניעס, וואס האבן זיך פארמירט אין די אנגעזאמלטע האריקעין וואסער, און דאס וועט זיכער זיין אן ערנסטע געפאר, ווייל די פייער מורישקעס, מיט זייערע ווילדע ביסן, זענען געפארפול פאר מענטשן, און ביי קליינע קינדער קען עס זיין טויטליך ה"י.

בילד: געזונטהייט געפארן פון א האריקעין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל