קאנאדע – לופטפעלדער און פילאטן באקלאגן זיך נאכאנאנד איבער'ן געפאר פון דראונס וועלכע פליען צו נאענט צו פליגערס און שטעלן אין געפאר אלע פאסאזשירן אויף די פליגערס, צוליב דער מעגליכקייט פון א צוזאמשטויס. למעשה הערט מען אז אין קאנאדע האט די עדמאנטאן אינטערנעשאנעל לופטפעלד אנגעהויבן נוצן דראונס גאר צו באשיצן פליגערס פון א פיל גרעסערן געפאר ווי דראונס, נעמליך: פייגלעך. יעדער געדענקט וואס ס'האט פאסירט אום יאנואר יאר 09', ווען א פליגער איז געווען געצוואונגען צו לאנדן אינעם האדסאן ריווער אין ניו יארק סיטי, נאכדעם וואס פייגלעך האבן זיך אריינגעכאפט אין די מאטארן און זיי צעבראכן. אלע 150 פאסאזשירן האבן וואונדערליך איבערגעלעבט, אבער יענער עפיזאד האט געברענגט אויפמערקזאמקייט איבער'ן פראבלעם פון פייגלעך נעבן פליגערס, און אצינד האט די עדמאנטאן לופטפעלד אין קאנאדע אנטוויקלט א דראון צו העלפן מיט'ן פראבלעם. דער דראון איז צוזאמגעשטעלט אויף אזא פארנעם אז ס'זעט אויס און פליעט ווי א פאלקאן פויגל, און די סארט פייגלעך וועלכע דרייען זיך געווענליך אין לופטפעלדער ציטערן פון פאלקאן פייגלעך. בעפאר א פליגער גרייט זיך ארויסצופליען, וועלן די לופטפעלד איינגעשטעלטע ארומפליען מיט'ן פאלקאן דראון ארום דעם פליגער, פארטרייבן אלע פייגלעך און דאן וועט ערשט דער פליגער זיך קענען הייבן זיכערערהייט.

הוסף רשומת תגובה