פרעזידענט טראמפ איז היינט אנגעקומען צו די פארפלייצטע געגענטער אין טעקסאס צו פארפיגען פון די נאנט די רעטונג און עוועקיואציע ארבייט וואס ווערט דורכגעפירט דורך די לאקאלע און פעדעראלע אגענטורן. די באזוך קומט אין די צייט וואס די רעגנס האלטן נאך אן און די טייכן טוען איבערפליסן פארפלייצענדיג נאך און נאך געגענטער, און די רעטונג אגענטורן ארבייטן אן אויפהער צו ראטעווען טויזנטער געשטראנדעטע איינוואוינער.
גאווערנער גרעג אבאט האט באצייכנט דעם שטורעם הארווי אלס ״איינער פון די ארגסטע קאטעסטראפעס וואס אמעריקע האט סיי ווען בייגעוואוינט״ און די פולע בילד פון די מאסיווע שאדן איז נאך ווייט פון פולקאם, פילע שאסייען זענען גענצליך פארשוועמט געווארן און הונדערטער הייזער זענען אונטער וואסער, וואס באדייט אז טויזנטער פאמיליעס האבן פארלוירן זייער האב און גוטס, און עס וועט נעמען א לאנגע צייט פאר די שטאט זיך צו ערהוילן.
די שטורעם האלט שוין אן צום זעקסטן טאג, נאכ׳ן אנפאלן דעם פרייטאג ביינאכט אלס א קאטעגאריע 4 האריקעין און דאן געווארן אפגעשוואכט צו א טראפיקעל שטורעם מיט ווינטן פון 45 מ.פ.ש. און איז ערווארטעט צו אנהאלטן ביז דאנערשטאג. היינט דינסטאג איז ערווארטעט צו פאלן נאך עטליכע אינטשעס פון רעגן אין יוסטען, וואס באדייט נאך געגענטער וואס וועלן קומען אונטער וואסער, און עס וועט באטרעפן נאך שטעט אריינגערעכנט לואיזיאנע וואס האט געזען א ענליכע שטורעם מיט א יאר צוריק, די רעגן וועט אנקומען צו ארום 50 אינטשעס אין יוסטען, און ארום 20 אינטשעס אין די געגענט פון לואיזיאנע.
די אויטאריטעטן האבן אויך געזאגט אז די צאל אומגעקומענע שטייט דערווייל ביי צען, אריינגערעכנט איין פאליציי אפיציר. און זיי ארבייטן העפטיג צו עוועקואירן געגענטער ארום צוויי דאמבעס וועלכע זענען איבערגעפלאסן און טוט גענצליך פארשוועמען געגענטער מיט א שנעלקייט, די רעטונג ארבייט ווערט געטון דורך שיפן און העליקאפטערס פון די פאליציי און אויך פריוואטע וואלונטירן.
דער פרעזידענט איז אנגעקומען אין די שטאט קארפאס קריסטי ווי ער האט באקומען א איבערזיכט פון די אגענטורן איבער די ארבייט, און פון דארט געפלויגן קיין אוסטין די הויפטשטאט פון טעקסאס ווי ער טרעפט זיך מיט׳ן גאווערנער און די שפיצן פון די לאקאלע רעטונג אגענטור. אין די זעלבע צייט האט די פענטאגאן געמאלדן אז די צאל זעלנער וואס וועלן געשיקט ווערן קיין טעקסאס פאר די רעטונג באמיאונגען וועט שטייגן צו דרייסיג טויזנט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה